אמן הרגש מיכאל שניצלער סוחט שוב דמעות "על הנייר"

אמן הרגש מארה"ב מיכאל שניצלער סוחט שוב דמעות בקליפ מרגש, כאשר הפעם מדובר ב"דמעות על הנייר". צפו בקליפ המרגש "טרערן אויף פאפיר"

הקליפ הופק עבור ארגון "מאורות". הלחן של יוסי לאובר, את המילים כתבה חדווי ליברמן והעיבוד של אלי צייג.

מילות השיר:

ביים טישל איבערגעבויגן
מיט טינט און א בלאט פאפיר
צו דיר טאטי און מאמי
א בריוועלע פון מיר
עס ליגט מיר אין הארץ
פונעם לעצטן זמן
אזויפיל געפילן
איך וויל זיי מסביר זיין

גערופן האט איר
מיר אהיים פון חדר
באזוכן אין שפיטאל
מיין ברודער'ל ליידער
דאסמאל אבער
א פחד ווען איך דערמאן עס
אנגעקומען צו
א ברוך דיין האמת

ימ'ען פון טרערן
נאלמתי דומיה
וואס וועט דא ווערן
על אלה אני בוכי'
אין פינסטערניש
געזעסן
"אוי" ווער קען פארשטיין
די ביטערע שווערע טעג
געדארפט אריבערגיין

אוי טייערע ברודער
וואו ביסטו אנטלאפן
וואס וועט דא ווערן
מיט אונזערע האפן
עס בענקען זיך
אזוי נאך דיר
דיינע עלטערן געטריי
ווי קען מען צו זען די צער
ווי שטארק עס טוט וויי

געפילן פון שרעק
נעמט קיין עק
וואס וועט זיין מיט אונזער היים
מיין פונדאמענט
מיין רוקנביין
זעט אויס אז זי וועט אונטערגיין
מיט א פארכענדע הארץ
צוגעקוקט וויי זיי שפירן
טאטי און מאמי
איך וויל ענק נישט אויך פארלירן

פיל זארגן
אויף מארגן
צוריקצוגיין אין חדר
און טיף אין מיר
אומזיכער איך שפיר
איך טראכט פון אונזער היים כסדר
וועל איך האבן אן ארט
צו פארברענגען דארט
מיט מנוחת הנפש און פריידן
אדער וועלן מיר שפירן די ליידן

ביים טישל וויש איך די אויגן
טרערעלעך אויפ'ן פאפיר
צו דיר מיין טאטי און מאמי
מיין דאנקבארקייט פון מיר
עס ליגט אין מיין הארץ
פונעם לעצטן זמן
געפילן זיי רוישן
ווער קען עס מסביר זיין

ווען איך בין יענעם טאג
אהיים פון חדר
מיט א קלאפעדיגע הארץ
צי עס וועט זיין בסדר
דאסמאל אבער
א פרייד ווען איך דערמאן עס
אונזער היים איז צוריק צו נארמאל
מיט א שמחה באמת

טאטי און מאמי
ווי קען איך אויסדריקן
די געפילן איך שפיר היינט
ווי איך טו ארויסקוקן
צו זיין אין שטוב
איך האב אזוי ליב
יעדן טאג באזונדער
ווי ענק שטארקן זיך צו זיין
דא פאר אונז קינדער

אוי טייערע עלטערן
וואס האבן פארלוירן
די טרערן וואס פליסן
קענען צעברעכן טויערן
ווען דו האלטסט זיך פעסט
פאר דיין היים דיין נעסט
עס זאל בלייבן גאנץ פאר זיי
ווי קענען מיר גענוג לויבן
די עלטערן געטריי

יעדער גלעט
זיכער וועט
אויפלייכטן אייער היים
די פונדאמענט
די רוקענביין
טוסטו פאר זיי דעמאלסט זיין
א נאכטמאל גרייט
יעדער שמייכלע ברייט
עס מיינט א גאנצע וועלט
פאר די ריינע קינדערלעך דיין

יעדעס קינד
האט נאר איין
טאטע און מאמע
זיין שטיבעלע
איז זיין סביבה'לע
וואו ער בויעט זיך אמה נאך אמה
ווען דו גיבסט אים
צו זיין באקוועם
א ווארעמע זיכער ארט
וועסטו זען די גרעסטע נחת דארט

ענדינג:
לעכטעלע לעכטעלע,
שיין אריין אין מיין נשמה,
לעכטעלע לעכטעלע,
שיין אריין אין מיין נשמה,
דיין הייליגקייט
און דיין לעכטיגקייט
שיין שיין אריין
ברענג ברענג אין מיר א נמחה'לע

תגובות

כתיבת תגובה

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *